וואשינגטאן — די רעפובליקאנער אין קאנגרעס האבן נעכטן ארויסגעשטעלט זייער לאנג-דערווארטעטן פלאן, איבערצומאכן דעם גאנצן פעדעראלן שטייער סיסטעם אין לאנד, וואס פרעזידענט טראמפ פארשפרעכט אז דאס וועט זיין דער גרעסטע שטייער רעפארם אין לעצטיגער היסטאריע און וועט צושטעלן שטייער שניטן פאר מיליאנען אמעריקאנער בירגער.

ווי פארשטענדליך, האט מען באלד געהערט פון רעפובליקאנער וועלכע האבן אויסגעלויבט דעם פלאן, זאגנדיג אז ס'וועט העלפן שאפן דזשאבס און איבערלאזן מער פארדינטע געלטער אין די טעשער פון שווערע ארבעטער – ווען פון דער אנדערער זייט האבן די דעמאקראטן געשריגן אז די רייכע און קארפארעישאנס וועלן נאך דאס מערסטע פארדינען פון די שטייער שניטן.

א הויפט–פונקט פונעם פלאן איז דאס וואס די שטייער קאטעגאריעס ווערן געשניטן, פון די ביז יעצטיגע זיבן צו בלויז 4, און דער נייער סיסטעם וועט זיין ווי פאלגענד: אויב פארדינט איר ביז ניינציג טויזענט דאלאר יערליך, וועט איר צאלן 12 פראצענט שטייער; ביז 260 טויזנט דאלאר, וועט צאלן 25 פראצענט; ביז 1 מיליאן, וועט צאלן 35 פראצענט, און מער ווי 1 מיליאן, וועט צאלן 39.6 פראצענט.

עס זענען פארבליבן פילע טעכנישע דעטאלן פונעם פלאן, וואס זענען נאכנישט הונדערט פראצענט קלאר, אבער די רעפובליקאנער זאגן אז אלעס אינאיינעם וועט דער פלאן צושטעלן 5.5 טריליאן דאלאר אין שטייער שניטן. די רעפובליקאנער וועלן אצינד פרובירן עס צו באשטעטיגן אין קאנגרעס, ארבעטנדיג אינאיינעם מיט'ן סענאט, האפנדיג עס צו ברענגען פאר טראמפ אונטערצושרייבן נאך .' בעפאר ענדע יאר 17

בילד: פרעזידענט טראמפ ביים צייגן דעם רעפובליקאנער שטייער רעפארם פלאן

(אויפן בילד: פרעזידענט טראמפ ביים צייגן דעם רעפובליקאנער שטייער רעפארם פלאן, אז די גאנצע זאך האט פלאץ אויף א קליין ״פּאוסט קארטל״, לויט ווי טראמפ האט געהאט פארלאנגט פון קאנגרעס, צו מאכן דעם שטייער סיסטעם ווייניגער קאמפליצירט.)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל