קאסאבלאנקא - די אידישע געמיינדע אין מאראקא, אינאיינעם מיט די דארטיגע קריסטן, להבדיל, האבן ארויסגעגעבן אן ערנסטע ביטע צו דער מאראקאנער רעגירונג, אז מען זאל זיי צושטעלן מער אנערקענונג. היינט צוטאגס זענען בלויז פאראן ארום פינף טויזנט אידן אין מאראקא, און לעצטנס האט די רעגירונג אונטערגענומען א פראיעקט צוריקצועפענען אפאר אלטע היסטארישע אידישע געגנטער, און די רעגירונג האט אליינס פינאנצירט די באנייאונג פון עטליכע אלטע אידישע געביידעס. אידן אין מאראקא זענען דערלויבט צו היטן אידישקייט, אבער יעצט בעטן זיי אז די רעגירונג זאל זיי אנערקענען אלס אן אפיציעלע מינאריטעט רעליגיע, וואס וועט געבן מער פרייהייט און בענעפיטן פאר די אידן, און אויך וועט עס זיי לעגאל באשיצן פון דיסקרימינאציע קעגן זיי.

בילד: מאראקאנער אידן ווילן מער רעליגיע רעכטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל