בוענאס איירעס - א סובמארין פון דער ארגענטינער נעווי איז פארלוירן געגאנגען מיט איבער דריי טעג צוריק, און דערווייל האט מען נאכנישט געפונען קיין שפור דערפון. די ״עי אר עי סאן כואן״ סובמארין האט זיך געפונען אין די וואסערן פונעם סאוט אטלאנטישן ים, נישט ווייט פון די ארגענטינער בארטנס, אויף א צען טאגיקער מיסיע, ווען ס'איז פלוצלינג פארשוואונדן געווארן פון די מיליטערישע ראדארן, מיט 44 מאטראזן דערויף. שבת איז די זוך אפעראציע סוספענדירט געווארן צוליב שווערע כוואליעס, אבער אין דער זעלבער צייט זענען אויפגעכאפט געווארן זיבן דורכגעפאלענע סאטעליט רופן דורך דעם ארגענטינער מיליטער, וואס ס'קען זיין אז די רופן זענען געקומען פון דער פארלוירענער סובמארין. עטליכע לענדער פון איבער דער וועלט האבן זיך אנגעשלאסן אין די זוכענישן, און דאס ארגענטינער מיליטער גרייט זיך דערווייל צו אן אונטערוואסער רעטונגס אפעראציע.
הוסף רשומת תגובה