ווענעזועלע – דער מעיאר פון קאראקאס, וועלכער איז ארויסגעווארפן געווארן פון אמט, האט באוויזן זיך ארויסצושלייכן פון ווענעזועלע און איז אנטלאפן צו דער דערנעבנדיגער קאלאמביע. אנטאניא לעדעזמא (Antonio Ledezma) איז שוין ארויסגעווארפן געווארן פון אמט אין יאר 15', דורך דעם רעזשים פונעם ווענעזועלער פרעזידענט ניקאלעס מאדורע, וועלכע האט באשולדיגט אז לעדעזמא האט שטילערהייט פלאנירט א פוטש קעגן דעם מאדורע רעזשים. זינט'ן ארויסגעווארפן ווערן פון אמט, ווערט ער שוין געהאלטן אונטער הויז-ארעסט, און אצינד האט ער שטילערהייט זיך באוויזן ארויסצושמוגלען פון לאנד און אנטלויפן קיין קאלאמביע, וואו ער האט געגעבן א רעדע פאכנדיג א ווענעזועלער פאן אין זיינע הענט, און שרייענדיג אז ער ווייטער אנהאלטן זיין קאמף צו באפרייען ווענעזועלע פון דעם דיקטאטורישן רעזשים פון מאדורע. זיין סוקסעספולער אנטלויף איז א שטארקע פארשעמונג פאר די ווענעזועלער סעקיוריטי קרעפטן.

בילד: געווארפענער קאראקאס מעיאר אין קאלאמביע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל