זימבאבווע – דער זימבאבווער פירער, ראבערט מוגאבי, וועט זונטאג אפטרעטן פון זיין אמט אויף א פרידליכן פארנעם, נאכדעם וואס ער וועט זיך אראפזעצן פאר געשפרעכן מיט מיליטערישע פירער אין לאנד. דאס מיליטער האט פאריגן מיטוואך פארכאפט מאכט אין לאנד, ארעסטירנדיג מוגאבי, וועלכער פירט שוין זימבאבווע פאר נאענט צו פערציג יאר, און נעכטן האבן זיך פארזאמלט טויזנטער אין די גאסן פון דער הויפטשטאט הארארע, האלטנדיג שילדן און שרייענדיג סלאגאנען צו פארלאנגען אז מוגאבי זאל אפטרעטן. עס איז דערווארט אז ווי נאר ער וועט ענדיגן זיצן מיט די מיליטערישע פירער, וועט זיין פארטיי אפיציעל שטימען אים אראפצואווארפן פון בענקל, און זיי וועלן צוריקשטעלן דעם וויצע פרעזידענט, עמערסאן מאנאנגווא, וועמען מוגאבי האט ארויסגעווארפן מיט עטליכע וואכן צוריק.

בילד: מוגאבי וועט אפטרעטן פרידליך פון אמט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל