וואשינגטאן – די פאלעסטינער האבן נעכטן ארויסגעשטעלט א גאר שארפע סטראשע, אז זיי וועלן אפהאקן קאמיוניקאציע מיט דער אמעריקאנער רעגירונג, אויב די טראמפ אדמיניסטראציע וועט טאקע אויספירן אן ארויסגעשטעלטן פלאן אפצושליסן די פאלעסטינער קאנסולאט געביידע אין וואשינגטאן די-סי.

פרעזידענט טראמפ האט גענומען די שלום-אישו אין מיטל-מזרח אלס א גאר ערנסטע זאך, שטעלנדיג זיין איידעם דזשעראד קושנער אנצופירן מיט די געשפרעכן, און קושנער האט באוויזן אנצוהייבן א דיאלאג מיט די פאלעסטינער און האט שוין געהאט מיט זיי א סעריע זיצונגען צו רעדן פון א שלום אפמאך.

דער הויפט פאלעסטינער געשפרעכן פירער, סאאיב עראקאט, זאגט אז ס'איז אומדערהערט אז אמעריקע וויל אפשליסן דעם פאלעסטינער קאנסולאט, אבער די טראמפ אדמיניסטראציע זאגט אז דאס איז נישט געצילט צו טשעפען מיט די פאלעסטינער, נאר א קליין-באמערקטע אמעריקאנער געזעץ ערלויבט נישט די פאלעסטינער צו פארמאגן א קאנסולאט אין וואשינגטאן, אויב זיי שטיצן שריט פונעם אינטערנאציאנאלן געריכט אויסצופארשן מדינת ישראל פארברעכנס קעגן פאלעסטינער בירגער.

בילד: טראמפ סטראשעט אפצושפארן פאלעסטינער קאנסולאט אין וואשינגטאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל