א צווייטע וועלט מלחמה וועטראן איז געשטארבן אינטער די הענט פון זיין נורס ביי אים אינדערהיים, וועו מען האט איבערגעקוקט א באהאלטענע קעמרא פון זיין רום, האט מען געזען ווי ער בעט זיך צום נורס אז ער קען נישט אטעמען, און זי לאכט ארום בשעת׳ן פראבירען צו אנצינדן די אקסידזשען מאשין.

די 89-יעהריגע דזשעימס דעמפסי האט זיך געבעט זעקס מאל פאר הילף. געזאגט האט זי אז זי האט אים געטראפן נישט אטעמענדיג, און געמאכט סי-פי-אר אויף אים. ווען מען האט איר געפרעגט וואס די געלעכטער איז געווען האט זי געזאגט אז זי געדענקט נישט.

די משפחה האט נישט געוואלט קאמענטירען אויף די מעשה זאגנדיג אז זיי האבן א דיל מיט די נורסינג עידזשענסי צו עס שליכטן אינדערויסן פון קארט, אבער א דזשאדזש האט געפסקנט אז מען קען נישט צוריקהאלטן די ווידיאו פון ארויסגיין צו די גאס.

צוויי נורסעס האבן דערלייגט זייער לייסענס נאך די מעשה.

בילד: די 89-יעהריגע דזשעימס דעמפסי


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל