די פעדעראלע קאמיוניקאציע קאמיסיע האט באשטעטיגט א רייע נייע רעגולאציעס וועלכע וועט געבן פאר די טעלעפאן פירמעס ברייטערע רעכטן צו נאכגיין און אידענטיפיצירן טעלעמארקעטערס און שווינדלער וועלכע טוען דערגיין די יארן פאר מענשטן מיט אומגעבעטענע רופן, די רופער האבן זיך אויסגעלערנט א רייע מעטאדן צו איבערקלוגן דעם סיסטעם און רופן אויך מענטשן וועלכע זענען אויף די ״נאו קאל״ ליסטע, אבער פון היינט וועלן טעלעפאן קאמפאניס קענען זאמלן אינפארמאציע אויף אזעלכע פירמעס און אידענטיפיצירן ווען די טעלעפאן נומער אדער עיריע קאוד איז פאלש און אלאמירן דעם קליענט דערוועגן, דאס וועט נישט גענצליך ענדיגן דעם פראבלעם אבער עס וועט ווערן גרינגער צו וויסן אויב דער רופער איז פון א לעגיטימע פירמע, אדער די בחינם׳דיגע וואקאציע איז בלויז א מיטל צו ארויסשלעפן אייער פריוואטע אינפארמאציע.

בילד:טעלעפאן פירמעס וועלן קענען בלאקירן טעלעמארקעטערס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל