די פירמע טעסלא וואס פראדוצירט עלעקטראנישע קאר׳ס גייט א שריט ווייטער און ערצייגט אויך מאכטפולע ספארטסקארס און סעמי-טרעילאר טראקס וואס פרעסן נישט קיין געזאלין און פארן גענצליך אויף עלעקטעריק, די פראדוקציע פון די סארט קאר׳ס און טראק׳ס איז צום ערשטן מאל אויפגעדעקט געווארן נעכטן דורך די טעסלא גרינדער און ערפונדער אילאן מאסק ווען ער האט פארעפנטליכט בילדער פון דעם מאדעל קאר און טראק, די קאר קען גייט פון 0 ביז 60 מייל אין ווייניגער ווי 2 סעקונדעס, און אנציען ביז 500 מייל, דאס איז מער מאכטפול ווי רוב געזאלין געטריבענע קאר׳ס, די פראדוקציע פון די נייע קארס טוט אויך אוועקנעמען די סטיגמע אז עלעקטראנישע קאר׳ס זענען שוואכער ווי געזאלין. די נייעס געט א שטארקע שטופ פאראויס פאר די פירמע וואס אירע סטאקס זענען געפאלן לעצטנס צוליב דעם וואס די פראדוקציע פון די לעצטע מאדעל איז געווארן עטליכע מאל אפגעשטופט.

בילד: טעסלא וויקלט אויף עלעקטראנישע ספארטס קאר

בילד: טעסלא וויקלט אויף עלעקטראנישע טראק

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל