לאנדאן - די לעיבאר פארטיי אין ענגלאנד איז אראפגעריסן געווארן פאר׳ן צוריק ארייננעמען אן אנטיסעמיט אלס פארטיי מיטגליד. דער איזראעלישער בירגער משה מאכאווער (Moshe Machover) איז אריגינעל ארויסגעווארפן געווארן פון דער לעיבאר פארטיי, פאר׳ן זאגן אז ציוניזם און נאציזם זענען די זעלבע זאך, און יעצט איז ער צוריק אריינגעלאזט געווארן אין דער פארטיי. אין דער זעלבער צייט האט די לעיבאר פארטיי ארויסגעווארפן א פארטיי אקטיוויסטקע ביים נאמען נאסרין קעהאן, נאכדעם וואס ס'איז אפירגעקומען אז אין יאר 12׳ האט זי געזאגט אז היטלער איז נישט געווען דער שלעכטער, נאר די אידן זענען די שלעכטע. די אנטיסעמיטיזם באשולדיגונגען קעגן דער לעיבאר פארטיי זענען בכלל נישט ניי, נעמענדיג אין באטראכט אז דער פירער פון דער פארטיי איז דזשערעמי קארבין, וועלכער האט אליינס א היסטאריע פון אנטיסעמיטישע קאמענטארן.

בילד: פרישס איבער ״לעיבאר״ און אנטיסעמיטיזם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל