וואשינגטאן - פון א מעסעדזש אויף טוויטער, וואס פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעשיקט, זעט אויס ווי ער וויל אז זי זאל לויפן נאכאמאל פאר פרעזידענט. טראמפ האט געשריבן א מעסעדזש אז ״קרומע הילערי איז די ערגסטע פארלירער אין דער היסטאריע״, באציענדיג זיך צו דעם וואס פרוי קלינטאן איז ארויסגעקומען אין די לעצטע פאר טעג מיט א סעריע אינטערוויוס, אין וועלכע זי רייסט אים גאר שטארק אראפ, זאגנדיג צווישן אנדערן אז טראמפ׳ס פרעזידענטשאפט איז נישט לעגיטים און אז טראמפ איז פשוט א ״פּאפּעגיי״ פונעם רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין. טראמפ עצה'ט פרוי קלינטאן אויף טוויטער, אז זי זאל זיך גוט אפרוען, און אין דריי יאר ארום, ווען טראמפ וועט דארפן לויפן פאר ווידערוויילונג פאר א צווייטן טערמין, זאל זי נאכאמאל פרובירן.

בילד: טראמפ וויל פרוי קלינטאן זאל לויפן נאכאמאל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל