אקלעהאמע - עטליכע קוילן אינדוסטריע עקזעקוטיוון זענען ארויסגעקומען אין די לעצטע פאר טעג, און אויסגעדרוקט גרויס אויפברויז און אנטוישונג אין ריכטונג פון פרעזידענט טראמפ. ווען טראמפ איז געלאפן פאר פרעזידענט, האט ער נאכאנאנד קאמפיינט אין עטליכע סטעיטס וועלכע האבן פארמאגט אמאל בליענדיגע קוילן גראבן אינדוסטריעס, און ער האט פארשפראכן אז ווען ער וועט ווערן פרעזידענט, וועט ער טאן וואס ער קען נאר ארויסצוהעלפן די קוילן אינדוסטריע אין אמעריקע, זאגנדיג אז זיי ווערן געטשעפעט פון צופיל ענווייראמענטאלע רעגולאציעס. למעשה זאגן די קוילן עקזעקוטיוון אז זיי האבן נאכנישט געהערט ביז יעצט גארנישט קיין שריט פון ווייסן הויז, און ספעציפיש זאגן זיי אז עס האלט נאך ביי דעם אז פון די קוילן וואס ווערט פראדוצירט אין אמעריקע ווערט 90 פראצענט פארנוצט אין אמעריקע, וואס באדייט אז ס'ווערט כמעט נישט עקספארטירט אמעריקאנער קוילן, טראץ וואס טראמפ האט פארשפראכן אויסצוברייטערן אמעריקע׳ס קוילן עקספארטן.

בילד: קוילן אינדוסטריע ברויזט אויף טראמפ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל