וואשינגטאן - א הויכראנגיקער אמעריקאנער גענעראל זאגט אז ער וועט נישט אויספאלגן א פארארדענונג פון פרעזידענט טראמפ ארויסצושיסן א נוקלעארן מיסיל, אויב וועט עס זיין אומלעגאל. גענעראל דזשאן הייטען פירט די ״עירפארס סטראטעגישע קאמאנד״, און ער האט אויפגעטרעטן ביי א זיכערהייט סאמיט אין נאווע סקאושע, קאנאדע, וואו ער האט געזאגט אז ער האט לעצטנס גאר א סאך אריינגעטראכט אין דער טעמע, און ער איז געקומען צום אויספיר אז ווען ער וועט באקומען א פארארדענונג פאר א נוקלעארע אטאקע פונעם פרעזידענט, וועט ער באטראכטן קודם צי ס'איז לעגאל אויסגעהאלטן, צי נישט. אויב וועט ער איינזען אז ס'איז נישט לעגאל, וועט ער צוריקשיקן דעם באפעל צום פרעזידענט, זאגנדיג אז ער קען עס נישט אויספירן, און ער וועט צוריקשיקן אנדערע אפציעס פאר׳ן פרעזידענט.

בילד: גענעראל וועט מעגליך איגנארירן נוקלעארן באפעל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל