ראנעלד פעלטאן, א 60 יאריגער קאנסטראקשען ארבייטער און טאטע פון 3 קינדער אין שטוב איז אויפגעשטאנען 4:30 היינט פארטאגס און ווי זיין געווענליכע סקעדזשועל יעדן דינסטאג און מיטוואך פארטאגס בעפאר די ארבייט האט ער זיך ארויסגעלאזט צום דערנעבנדיגע קירכע פארטיילן עסן פאר די היימלאזע וואס נעכטיגן דארט איבער.

עטליכע מינוט צו 5, האט פעלטאן נאך געפירט א געשפרעך מיט זיין ברודער רעזשי אויפן טעלעפאון פארציילענדיג אז ער איז אויפן וועג צום קירכע, דאן ארום 5:00 האט די טעמפא פאליציי ערהאלטן א רוף פון אן איינוואינער איבער א שיסעריי גרודער. די פאליציי וועלעכע איז דארט געווען אין סעקונדען האט געפינען פעלטאן אויף די ערד טויט, מיט עטליכע קוילן וואונדען אין זיין קערפער. די דערנעבענדיגע קירכע איינוואינער האבן פארציילט אז זיי האבן געהערט 4 קוילן אויסשיסן.

די שטאט איז געווארן אויפגעטרייסעלט און די אינצידענט האט אנגעהויבן קריגן נאציאנאלע מידע אויפמערקזאמקייט אין די צייט וואס די עף בי איי און אנדערע פעדעראלע אגענטורן האבן אנגעהויבן אריינברענגען פארשטרעקערטע כוחות צו לייזן אן אנגייענדע לעבעדיגע מיסטעריע.

די דראמא האט זיך אנגעהויבן עטליכע וואכן צוריק, אקטאבער 9, עטליכע גאסן ארויפציר אום 9:00 ביינאכט שטייט 'בענזשימין מיטשעל', 22 יאר אלט ווארטענדיג פאר א באס ביים באס סטאפ לעבן זיין הויז ווען ער ווערט געטראפן דורך א שיסער, די פאליציי וואס ווערן אלארמירט צום צענע טרעפן אים אן קיין צייכענעס פון לעבן און קיין שפירן פונעם מערדער.

פיר טעג דערויף אום אקטאבער 13, עטליכע גאסן אהינציר, אום 9:00 ביינאכט קריגט די ארטיגע פאליציי א רוף איבער א שיסעריי פון 4 קוילן. נאך א שטיק צייט זיכן טרעפט די פאליציי די קערפער פון 'מאניקע קארידאד', א 32 יעריגע פרוי, ליגן טויט צווישן די גראז.

זעקס טעג נאכדעם, אקטאבער 19 אום 8:00 ביינאכט פאטראלירנדיג די גאסן -אלס רעזולטאט פון די סעריע שיסערייען- הערט די פאליציי א שאס. נאכן נישטערן א שטיק צייט געפינען זיי 'אנטאני נעבא', 22 יאר אלט, ליגענדיג טויט אויף די סיידוואלק.

היינט אינדערפריה הערנדיג פון די פרישע מארד אין די זעלבע געגענט איז די פאליציי -וועלעכע האט שוין געהאט א שטארקע אנוועזנהייט דארט- געווען אויף די צענע אונטער א מנוט און פארמירט א ריזיגע "פארשפארטע רינג" אפשליסענדיג צענדליגער גאסן ארום די גאנצע אומגעגענט, אין יוצא ואין בא,דערמיט האפענדיג צו פארבארקירן דעם מערדער אן קיין אנטלויף ליניעס.

איינוואינער אין די געגענט זענען אנגעזאגט געווארן צו בלייבן אינדערהיים, פארשליסן די טירן, און זיכער מאכן אויב די אייגענע ביקסן זענען נישט געגנב'ט. דעטעקטיוון גייען דורך טויזענטער טיפס, און האבן שוין דורכגענישטערט 1,900 הייזער מיט K-9 שמעק הינט, דערווייל אן קיין רעזולטאטן.

ווי מ'קען זיך פארשטעלן, מענטשן אין די גאנצע אומגעגנט ציטערן פארן שאטן און לויפן אויס פון געדולד צו טרעפן דעם מערדער.

פון כאפצעם

בילד: סיריעל מערדער דראמא אין טעמפא, פלארידע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל