נייע בלוט-דינער מעדיצינען, הייבן נישט ריזיקע פון אינערליכע בלוטונג
סידני, אויסטראליע – אין א פאזיטיווע אנטוויקלונג אין פעלד פון הארץ-מעדיצינען, באריכטעט א פרישע ריזן שטודיע אז די נייע מעדיצינען וועלכע מאכן דאס בלוט פליסיגער (א שטייגער ווי Xarelto, Pradaxa און  Eliquis) זענען נישט פארבינדן מיט א העכערע ריזיקע צו ברענגען אינערליכע בלוטונג, ווי די לאנגיעריגע פאפולערע מעדעצין "ווארפארין".

מאנכע ליידנדע פון פארהארטעוועטע בלוט אין די פיס, אומגעווענליכע הארץ-קלאפן, הויכע בלוט-דרוק און נאך, נעמען בלוט-דינער מעדיצינען צו פארמיידן בלוט פון פארהארטעוועט ווערן אין די אדערן, א פראבלעם וואס קען חלילה ווערן פאטאל אויב עס דערגרייכט די הארץ, לונגען אדער מח.

די שטודיע, אדורכגעפירט דורך אויסטראלישע פארשער מיט די הילף פון קאנאדישע דאקטוירים אויף נאנט צו 60,000
פאציענטן איבער גאנץ צפון אמעריקע, פירט אויס אז כאטש עס פעלן נאך אויס ווייטערדיגע שטודיעס צו באשטעטיגן זייערע געפונסן, טוען זיי פארט פארשלאגן מען זאל נוצן די נייע מעדיצינען וויבאלד מען דארף זיי נישט אזויפיל נאכפאלגן פונדערנאנט ווי די פאפולערע "ווארפארין" (warfarin), וואס כאטש עס ארבעט גוט אויפ'ן עצם פראבלעם, דארף מען אבער שטענדיג האלטן א נאנטע אויג עס זאל נישט העכערן די ריזיקע פון אינערליכע בלוטונג.

ווי די דאקטוירים פירן אויס זייער באריכט, זאל מען זיך נישט דערשרעקן פון די נעגאטיווע דעקונג וואס די מידיא געבט פאר די נייע מעדיצינען. עס איז לויט אלע שטודיעס כאטש אזוי גוט ווי די אלטע, אויב נישט בעסער. די איינציגסטע פראבלעם איז אז זיי קאסטן טייערער, מיט העכערע "קאו-פעיס" געוואנדן לויט די אינשורענס.

דאקטוירים פארשפרעכן ווייטער אויסצופארשן די מעדיצינען, איבערהויפט פאר'ן רעקאמענדירן פאר נירן-קראנקע וועלכע זענען אונטער א גרעסערע ריזיקע צו ליידן פון שווערע בלוטונג ווי אנדערע.

בילד: נייע בלוט-דינער מעדיצינען, הייבן נישט ריזיקע פון אינערליכע בלוטונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל