דעטרויט, מישיגען – אן אינטערעסאנטע געשיכטע האט זיך אפגעשפילט אין דעטרויט, ווען א 22 יעריגער מיט אויטיזם, וועמענ'ס לאנגיעריגע טרוים איז צו זיין א פאליציי-אפיציר, האט אייגנטליך באוויזן צו העלפן כאפן א לאנג-געזוכטער גנב.

מר. דזשעף פאוועל (Jeff Powell) העלפט ארויס אלס לערן-יונגל אין דעטרויט'ס 'הארפער וואודס' געגנט פאליציי דעפארטמענט, אדאנק א לאקאלע טרענירונג פראגראם פאר ערוואקסענע. פאוועל איז מיטגעפארן מיט א פאליציאנט וועלכער האט פאטראלירט אין געגנט, ווען ער האט זיך אנגרופן אז ער דערקענט דארט דעם געזוכטן גנב, א 23 יעריגער פארברעכער וועם א זיכערהייט קאמארע האט אויפגעכאפט גנב'ענען פעקלעך ביים טיר פון א לאקאלן איינוואוינער.

דעטעקטיוו סארדזשענט דזשעימס רוטענבערג האט שטארק אויסגעלויבט פאוועל, זאגנדיג פאר די לאקאלע פרעסע אז ער איז אסאך מער ווי סתם א געהילף, ער איז א וויכטיגער מיטגליד אין די דעפארטמענט. "ער טוט אן א וועסטל, זיצט אין פאטראל קאר מיט אן אפיציר אין זיין באשטימטע געגנט און ערפולט פאליצייאישע פליכטן!" האט דער סארדזשענט געזאגט. "ער איז נאך א הילפבארע פאר אויגן און אויערן פאר'ן אנדערן אפיציר אין קאר, און פאר אלע מענטשן ארום!"

אלזא נישט בלויז אין די אלגעמיינע ארבעטס וועלט אנערקענט מען אלץ מער וויפיל די געטרייע מענטשן קענען צוגעבן אין יעדן תחום, נאר אויך ביי די געזעץ-היטער פון לאנד. אלזא גנבים, געבט אכטונג, און ביזנעסלייט, נעמט אין אכט...

בילד: פאליצייאישער געהילף מיט אויטיזם העלפט כאפן גנבים


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל