לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע – פארשער און יוניווערסיטעט אוו UCLA אין די קאנעטיקוט האבן אוועקגעשטעלט א נייע סארט סיסטעם וואס קען זאמלען עלעקטראנישע ענערגיע דורך נוצן געוויסע חלקים פון פליסיגקייטן אין קערפער. דער אפאראט קען עווענטועל ברענגען "פּעיסמעיקערס" און אנדערע עלעקטראנישע אפאראטן וואס מען פלאנצט איין אינעם מענטש, זיך צו האלטן אסאך לענגער וויבאלד מען וועט נישט דארפן טוישן די באטערי.

די אפאראטן ראטעווען טעגליך טויזנטער לעבנס, אבער ארבעטן היינט צוטאגס אויף פשוט'ע באטעריס וועלכע לויפן מיט דער צייט אויס פון עלעקטריציטעט און מען דארף זיין טוישן. דאס מיינט נאך אן אפעראציע מיט אלע ריזיקעס וואס עס ברענגט מיט זיך. אויסערדעם, אויב א באטערי 'ליעקט' דאן רחמנא לצלן... מיט דעם נייעם אפאראט וועלן די מאשינען נישט דארפן קיין באטעריס, אנשטאט וועלן זיי אליינס זאמלען און אוועקלייגן ענערגיע פונעם קערפער אליינס.

בילד: מ'קען שוין אליינס "טשארדזשן" די "פּעיסמעיקער" באטערי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל