לאמיר יא רעדן דערפון!

"עס איז א שאד צו פארנוצן דיינע כוחות אויף עפעס וואס ליגט סייווי נישט אין דיינע הענט."

ווי געשריבן זענען פאראן עטליכע סארט ענקזייעטי-דיסארדערס.

פאלגענד זענען די געווענליכע סימפטאמען פון Generalized Anxiety Disorder:

  • נערוועזיטעט, אנגעצויגנקייט, איבל, קראצענישן און ווייטאגן, קען זיך נישט קאנצעטרירן, קען נישט שלאפן, אויסטערליש מיד און אויסגעמוטשעט.
  • פערפעקשיניזם (אלעס דארף קלאפן מורא'דיג פונקטליך).
  • דארף כסדר קאמפלימענטן און פרישע חיזוק.
  • שטארקע אנשטויסענישן מיט טאג-טעגליכע ווירטשאפט.
  • זייער אנגעצויגן רוב טעג פון די וואך, א האלב יאר נאכאנאנד, איבער מערערע זאכן.
  • מוטשעט זיך צו קאנטראלירן זיין אנגעצויגנקייט.
  • אומרעאליסטישע אנגעצויגנקייט איבער נארמאלע זאכן.

 זייטיגע פראבלעמען:

  • נעמט אפט 'אייגענע' מעדיצינען, ווי: אלקאהאל, דראגס, אדער רייכערן.
  • רוב מענטשן באקלאגן זיך נישט אויף זייער 'אנגעצויגנקייט', נאר אויך פיזישע ווייטאגן\קראצענישן\וכדו'.


מענטאל געזונטהייט, צום הערן



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל