טשאפעל היל, נארט קאראליינע – עלטערן פון אן 11 יעריג קינד מיט אויטיזם האבן אויפגעהויבן א וויי-געשריי איבער דעם וואס זיי האבן געדארפט ווארטן 255 שטונדן אין "עמערדזשענסי רום" פון זייער לאקאלן שפיטאל, ביז דאס קינד האט ענדליך באקומען א בעט אין די אפטיילונג וואו מען קען אים געבן די פאסיגע נויטיגע הילף.

דאס קינד, וועלכער ליידט פון אויטיזם, האט געליטן פון א שווערע פסיכאלאגישע בראך וואס מען האט נישט געקענט קאנטראלירן. פאר זיין זיכערהייט האט מען אים געדארפט שטעלן עטליכע טעג אונטער אויפזיכט אין שפיטאל. אבער דער איינציגסטער וועג אריין אין שפיטאל, איז דורכ'ן עמערדזשענסי צימער, און דארט האבן זיי געווארט מיט דאס קינד פון פרייטאג אקטאבער דער 6'טער למס' 2'טע טאג סוכות (ביז מאנטאג דער 16 'טער) אין אקטאבער (3 טעג נאך שמחת תורה), שפעט נאכמיטאג - צען און א האלב טעג!

די טרויעריגע געשיכטע האט געברענגט אויפמערקזאמקייט צום מאנגל פון בעטן אין מענטל און פסיכאלאגישע אפטיילונגען ביי שפיטעלער איבער'ן לאנד, א פראבלעם וואס אפעקטירט נישט נאר מענטשן אויפ'ן אויטיזם ספעקטרום, נאר אויך מיליאנען אנדערע וועלכע קענען זיך נויטיגן אין דרינגנדע מענטל-העלט הילף.

אין נארט-קאראליינע אליינס זענען 20,102 סטודענטן דיאגנאזירט געווארן אלס אויטיסטיק, א שטארקער וואוקס פון 12 יאר צוריק ווען די סטעיט האט בלויז פארמאגט 5,766 קינדער אין יארגאנג פון 3-18 מיט אויטיזם. די צאל בעטן צו באהאנדלען עמערדזשענסיס, איז אבער נישט מיטגעוואקסן.

בילד: שטורעם אנטשטאנען ווען קינד מיט אויטיזם ווארט איבער 250 שעה אין עמערדזשענסי רום

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל