אין דאקטאר'ס ווארטזאל: דאקטוירים רעקאמענדירן: ברענגט מיט אייגענע שפילצייג
דזשעקסאנוויל, פלארידע – דער פלו און פארקילעכץ סעזאן איז שוין דא, און היי יאר שווערער ווי געווענליך. עלטערן פארכטן זיך פון ברענגען די קינדער צום דאקטאר, זיי זאלן נישט ווערן אנגעשטעקט טאקע ביים דאקטאר אין וואַרט-זאל פון אנדערע קראנקע.

ווי באקאנט זענען שפיטעלער גאר פאסיגע פלעצער אריבערצופירן מחלות רח"ל פון פאציענטן צו אנדערע. שפיטעלער פארמאגן דעריבער גאר שטרענגע זיכערהייט מאסנאמען צו אינפארסירן ריינקייט און "דיסאינפעקציע" אומעטום. אבער רוב געזונטהייט געברויכן פון קליינע קינדער, וועמענס יונגע אימיון-סיסטעמס זענען נאכנישט פולקאם אנטוויקלט, ווערן סערווירט אין לאקאלע אפיסעס פון קינדער-דאקטוירים (פידיעטרישאנ"ס, בשפת המדינה), וואו די באווארעניש איז נישט אזוי גרויס.

די אמעריקאנע "אקאדעמיע פון קינדער דאקטוירים" האט דעריבער ארויסגעגעבן א סטעיטמענט מיט רעקאמענדאציעס צו צוימען דאס מערסטע מעגליך דאס פארשפרייטונג פון באצילן אין ווארט-זאל און אונטערזוכונג-צימער פונעם דאקטאר.

רוב פון די רעקאמענדאציעס זענען סאמע פשוט'ע יסודות, ווי האלטן ריין די הענט און פארזיכערן אז קינדער באקומען באצייטנס די נויטיגע וואקסינען. אבער אן ארגינעלער חידוש איז זייער עצה טובה פאר עלטערן, אז אין דאקטאר'ס ווארטזאל זאל מען מיטברענגען שפילציייג און/אדער ליין-מאטעריאל פון שטוב, כדי צו האלטן די קליינע הענטעלעך וואס מער אוועק פון אלע פלעצער אנגעטאפט דורך אלע אנדערע געזונטע און קראנקע אין צימער.

אפילו אויב אלע שפילצייג ווערן 'דיסאינפעקציאנירט' טעגליך, ווי דער פאראיין רעקאמענדירט, קענען זיך אבער אנזאמלען גענוג און נאך באצילן אויף די שפילצייג פון דעם איינעם טאג אליינס, וויבאלד זיי ווערן גענוצט דורך מערערע קליינע הענטעלעך נאכאנאנד.

נאך א וויכטיגס: עס קענען זיך האדעווען אסאך מיקראבן און באצילן אויף די טישן, בענקלעך, הענטלעך פון טירן אא"וו, און די שארפע "האנט-רייניגער" איז דעריבער בכלל נישט אוועקצומאכן, בעסער געזאגט יא אוועקצומאכן, אבער טאקע אקטיוו און מיט ביידע הענט.

דר. דזשעקסאן, דירעקטאר פון אינפעקציעס-מחלות און קינדער-געזונטהייט-פראפעסאר אין "טשילדרענס מערסי" שפיטאל אין קענזעס סיטי, פון די שרייבער פון די דערמאנטע רעקאמענדאציעס, לייגט צו, אז אפילו סתם 'היסן' פון אנדערע קינדער, איבערהויפט אנהייב פונעם וויירוס, קען אויך אריבערפירן וויירוסעס – אפילו אויב דער ווארט-זאל איז צוטיילט באזונדער פאר געזונטע און באזונדער פאר קראנקע.

"באזארגטע עלטערן דארפן נישט ווארטן אין ווארט-זאל!" טענה'ט דזשעקסאן. "מען קען אנפרעגן ביים 'פראנט-דעסק' ווילאנג מען וועט דארפן ווארטן, און דערווייל כאפן א שפאציר אינדרויסן אדער ווארטן אין אויטא, און בעטן די אפיס-שטאב זאל רופן אויפ'ן סעלפאון ווען עס קומט די רייע צו זען דעם דאקטאר."

"נישט קיין חילוק וואו מען הייבט אן, איז דאס וויכטיגסטע צו האלטן די הענט ריין," באטאנט דר. ראטאור, הויפט-מחבר פון די רעקאמענדאציעס, א פראפעסאר איבער קינדער־געזונטהייט אין יוניווערסיטעט אוו פלארידע קאלידזש אוו מעדיצין אין דזשעקסאנוויל, און הויפט-באאמטער אויף אנשטעקיגע מחלות אין וואלפסאן קינדער שפיטאל. "עלטערן זאלן זיין פארזיכטיג אויסצולערנען די קינדער צו האלטן די הענט ריין, אודאי זאלן זיי האלטן די אייגענע הענט ריין, און מען דארף נישט מורא האבן צו פרעגן דעם דאקטאר און זיין שטאב אויב זיי האלטן אויך די הענט גוט ריין"...

אין דאקטאר'ס ווארטזאל: דאקטוירים רעקאמענדירן: ברענגט מיט אייגענע שפילצייג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל