וואשינגטאן – סענאטאר טשאק שומער איז נעכטן ארויסגעקומען מיט א דרינגענדער ווארענונג, אז אמעריקאנער בירגער זאלן זיין געהיטן פון די פארשידענע פירמעס וועלכע שטעלן צו א ספעציעלע די-ען-עי טעסט וואס מ'קען נעמען ביי זיך אינדערהיים, געוואויר צו ווערן פארשידענע אינטערעסאנטע אינפארמאציע איבער זיך, וואס סענאטאר שומער זאגט אז די פירמעס קענען נאכדעם נעמען די האקעלע פריוואטע אינפארמאציע און עס ווייטער פארקויפן. די "די-ען-עי" היים-טעסטס איז א זאך וואס מען קען זיך איינהאנדלען, אז די פירמע שיקט צום מענטש אהיים עטליכע קליינע פלאסטישע האלטערס, מען דארף צוריקשיקן א שפייעכץ סעמפל, וואס זיי נעמען, באקוקן די די-ען-עי שטריכן און שיקן צוריק צום מענטש א באריכט, איבער פונקטליך פון וועלכע לענדער זיינע אור-עלטערן און אור-אור-עלטערן שטאמען, וועלכע סארט קרענק זיין גענעטישער צוזאמשטעל קען יא אדער נישט אנטוויקלען, און אזוי ווייטער.

סענאטאר שומער זאגט אז איינס פון די פירמעס "ענסעסטרי די-ען-עי", שרייבט אין קליינע בוכשטאבן אז זיי רעזערווירן די רעכטן צו פארקויפן די די-ען-עי אינפארמאציע פון זייערע קאסטומערס פאר פירמעס וועלכע ווילן עס האבן צו שטודירן פראדוקטן און סערוויסעס פאר דער מענטשהייט, און אויב וויל מען דאס נישט, זאל מען נישט נעמען אזא טעסט.

בילד: ווארענונג איבער די-ען-עי היים-טעסטס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל