וואשינגטאן – קאנגרעס קערט זיך היינט צוריק נאך עטליכע טעג וואקאציע, און איינס פון די וויכטיגע זאכן וואס זיי וועלן דארפן ערלעדיגן ביז'ן ענדע יאר, וועט זיין דאס פארזיכערן אז די ען-עס-עי, דאס הייסט די נאציאנאלע זיכערהייט אגענטור, וועט ווייטער האבן איר קריטיש-וויכטיגע מאכט. עס עקזיסטירט א געזעץ וועלכע גיט די מאכט פאר די ען-עס-עי צו זאמלען שפיאנאזש איבער דער וועלט, דורך פארשידענע סורוועילענס און אונטערהער מעטאדן, און איין טייל פונעם געזעץ, באקאנט אלס "סעקשאן 702", איז דערווארט אפצולויפן ענדע יאר 2017, אויסער אויב קאנגרעס באנייעט עס. "סעקשאן 702" גיט די רעכט פאר דער אגענטור צו זאמלען אימעילס און טעקסט מעסעדזשעס פון אויסלענדישע בירגער, אן דעם וואס די אגענטור זאל דארפן ארויסנעמען ספעציפישע געריכט ערלויבעניש, און דעריבער זאגן פילע אקטיוויסטן אז קאנגרעס דארף לאזן דאס געזעץ אפלויפן, ווייל ס'איז נישט לעגאל אויסגעהאלטן. די רעגירונג באאמטע לייגן אבער דרוק אז קאנגרעס זאל יא פונדאסניי אויטאריזירן דאס געזעץ, זאגנדיג אז ס'איז קריטיש-וויכטיג פאר אמעריקע'ס נאציאנאלע זיכערהייט.
הוסף רשומת תגובה