וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אראפגעריסן די דעמאקראטן איבער דעם וואס זיי זענען נאכאנאנד פארנומען צו רעדן פון דער רוסלאנד אויספארשונג. "זינט דעם ערשטן טאג ווען איך בין אריינגעקומען אין אמט, הערט מען נאר פון דעם לעכערליכן דעמאקראטישן אויסרייד פאר'ן פארלירן די וואלן, רוסלאנד, רוסלאנד, רוסלאנד. טראץ דעם אלעם, האב איך די עקאנאמיע וועלכע איז שטארק, און איך האב געטאן מעגליך מער ווי סיי וועלכע אנדערע פרעזידענט אין היסטאריע אין די ערשטע צען מאנאטן. מאך אמעריקע גרעיט נאכאמאל!" – האט טראמפ געשריבן זונטאג נאכמיטאג אויף טוויטער, וואס דער מעסעדזש איז געקומען אין דער צייט וואס טראמפ קערט זיך צוריק קיין וואשינגטאן, נאכ'ן פארברענגען די "טעינקסגיווינג" חאגע אין זיין מאר-א-לאגא רעזארט אין פלארידע, און עס ווארט אים אפ א שווערן קאמף איבער שטייער רעפארם אין וואשינגטאן.
הוסף רשומת תגובה