וואשינגטאן – דער לאנגיעריגער שווארצער דעמאקראטישער קאנגרעסמאן דזשאן קאניערס (John Conyers) האט נעכטן געמאלדן, אז ער טרעט אפ פון זיין פאזיציע אלס קא-פארזיצער פון די קאנגרעסיאנאלע יורידישע קאמיטע, נאכדעם וואס ער איז פארכאפט געווארן אין אן אנגייענדיגן פערזענליכן סקאנדאל, וועלכע מען ערווארט אז עס וועט ווערן אויסגעפארשט דורך די קאנגרעסיאנאלע עטיקס קאמיטע. קאנגרעסמאן קאניערס' אפטרעטן פון דער הויכער פאזיציע, איז געקומען ממש געציילטע שטונדן נאכדעם וואס די דעמאקראטישע קאנגרעס פירערין נענסי פעלאסי האט זיך אנגענומען פאר קאניערס, באצייכענענדיג אים אלס א היסטארישער און רעספעקטירטער פיגור. אין דער זעלבער צייט האט מען געהערט נעכטן אז דער דעמאקראטישער סענאטאר על פרענקען וועט געהעריג צוריקקומען צום סענאט און נישט רעזיגנירן, טראץ וואס ער איז פארכאפט געווארן אין זיין אייגענעם סקאנדאל.
הוסף רשומת תגובה