וואשינגטאן – מיט גרויס אויפברויז האט מען נעכטן געהערט אז די עף-בי-איי האט לאנגע מאנאטן נישט דערציילט פאר צענדליגער אמעריקאנער רעגירונג באאמטע אז זיי ווערן געצילט דורך רוסישע העקערס. דער פרישער באריכט, פובליצירט דורך די "אסאסיעטעד פרעס", צייגט אז די רוסישע העקערס וועלכע האבן אריינגעהעקט אין די דעמאקראטישע פארטיי'ס הויפטקווארטירן, האבן אויך געצילט די אימעיל אקאונטס און קאמפיוטערס פון נאענט צו פינף הונדערט אמעריקאנער רעגירונג איינגעשטעלטע. די עף-בי-איי האט דאס אלעס געוואוסט און מיטגעהאלטן וויאזוי די העקערס פרובירן אריינצוהעקן, אבער אנשטאט איינצומעלדן פאר די געצילטע באאמטע אז זיי זאלן זיין אפגעהיטן, האט די עף-בי-איי איגנארירט די גאנצע זאך. בלויז צוויי פון עטליכע צענדליגער פון די געצילטע באאמטע, וועמען די אסאסיעטעד פרעס האט אינטערוויואירט, האבן געזאגט אז די עף-בי-איי האט זיי יא איינגעמאלדן און געווארנט איבער פאטענציעלע העקערייען.

בילד: עף-בי-איי נישט דערציילט וועגן העקערייען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל