מידעלטאון – די פאפולערע "גאלעריע מאלל", וואו צווישן אנדערע קויפן דארטן איין גאר א סאך אידישע איינוואוינער פון אפסטעיט ניו יארק און פון ניו יארק סיטי, איז נעכטן עוואקואירט געווארן נאכדעם וואס ס'איז אנטשטאנען א שרעק איבער א שיסעריי. די שרעק איז אנטשטאנען ארום דריי אזייגער נאכמיטאג, ווען מ'האט געהערט א הויכן קול פון א קויל, און מענטשן האבן באלד אנגעהויבן לויפן צו די טירן. די פאליציי זענען אנגעקומען און אנגעהויבן עוואקואירן דעם גאנצן שאפינג צענטער, אבער נאך א קורצע אויספארשונג, האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז נישט געווען קיין אקטיווע דירעקטע שיסעריי, נאר עמיצנס רעוואלווער האט בטעות ארויסגעשאסן איין קויל אין ריכטונג פון דער פאדלאגע, און צוויי דערנעבנדיגע זענען גאר לייכט פארוואונדעט געווארן. די פאליציי האט געזאגט נעכטן פארנאכטס אז דערווייל האבן זיי נאכנישט געטראפן דעם מאן וועמענ'ס רעוואלווער האט אנגעמאכט דעם שרעק, און זיי האבן ארויסגעגעבן א ביטע אז יענער זאל זיך אונטערגעבן פאר אן אויספארשונג.

בילד: שיסעריי שרעק אין גאלעריע מאלל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל