אפסטעיט ניו יארק – באאמטע אין די אפסטעיט שטעט, וואו מען האט אוועקגעשטעלט נייע קאסינא צענטערן אין די לעצטע 2 יאר, זאגן אז די גרויסע פארדינסטן וואס מען האט געהאט פאראויסגעזאגט האט זיך בכלל נישט אויסגעארבעט. איין ביישפיל איז דער דעלאגא קאסינא צענטער אין די פינגער לעיקס געגנט, וואו מען האט געהאט פאראויסגעזאגט א פארדינסט פון 260 מיליאן דאלאר, און דערווייל זענען בלויז אריינגעקומען 113 מיליאן דאלאר. ביי דעם קאסינא צענטער אין שענעקטעדי, ניו יארק, האט מען זיך געהאט גערעכנט אז עס וועט אריינברענגען פאר דער רעגירונג קאסע 2.75 מיליאן דאלאר, און דערווייל זעט מען אז ס'וועט אריינקומען פיל ווייניגער, און די לאקאלע אויטאריטעטן זענען נאכנישט זיכער וויאזוי זיי וועלן דעקן דעם לאך, וויבאלד זיי האבן געהאט געשפענדעט געלט, זיך רעכענענדיג אויף די קאסינא פארדינסטן. די אלע נעגאטיווע ציפערן קומען פיר מאנאטן איידער מ'גרייט זיך צו עפענען דעם ריזיגן קאסינא צענטער אינעם קעטסקילס ראיאן, וואס האט אפגעקאסט 1.2 ביליאן דאלאר צו בויען.

בילד: קאסינא פארדינסטן, א שטארקע אנטוישונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל