ארקענסא – צוויי טורמע אפיצירן זענען געהאלטן געווארן אלס משכונות דורך א גרופע ארעסטאנטן אין א מאקסימום זיכערהייט טורמע אין ארקענסא. דער אינצידענט האט פאסירט פרייטאג פארנאכטס אין דער "טאקער מאקסימום סעקיוריטי" טורמע, נישט ווייט פון ליטעל ראק, ארקענסא, וואו די ארעסטאנטן האבן אריינגעכאפט די צוויי טורמע וועכטער אין זייער צעל און געסטראשעט אז זיי גייען אומברענגען די וועכטער, אויב גיט מען נישט נאך זייערע פארלאנגען. די ארעסטאנטן האבן פארלאנגט בעסערע באדינגונגען און אנדערע באקוועמליכקייטן, און נאכדעם וואס מען האט אריינגעברענגט פראפעסיאנאלע משכונות-סיטואציע געשפרעכן-פירער, האבן די ארעסטאנטן מסכים געווען צו באפרייען די צוויי וועכטער, וועלכע האבן געליטן בלויז מילדע וואונדן. די ארעסטאנטן וועלכע האבן דורכגעפירט די משכונות פארכאפונג, וועלן אנגעקלאגט ווערן מיט פרישע הארבע קלאגעס.

בילד: משכונות סיטואציע אין ארקענסא טורמע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל