וואשינגטאן – אן אינטערעסאנטער אויספרעג פון די "זאגבי" און "דזשי-סי-עי" גרופעס צייגט, אז בלויז האלב אמעריקאנער קאנסומערס זאגן אז זיי זענען רואיג ווען זיי קויפן דורכ'ן אינטערנעט אז זיי פאלן נישט אריין אין קיין שווינדלערישע וועבסייטס און זיי ווייסן וויאזוי דאס צו פארזיכערן. די ציפערן קומען יעצט אינעם שטארקן שאפינג סעזאן אין אמעריקע, ווען שווינדלערס גרינדן וועבסייטס וואס זיי מאכן אויסקוקן ווי א לעגיטימע און עכטע איינקויף וועבזייטל, אבער אין רעאליטעט נעמען זיי בלויז דעם מענטש'ס קרעדיט קארד אינפארמאציע און טוען אים גארנישט שיקן פון די זאכן וואס ער באשטעלט.

עקספערטן זאגן אז ס'זענען פאראן פארשידענע עצות וויאזוי מען קען פארמיידן פון אריינפאלן אינעם נעץ פון די סארט שווינדלערס.

ערשטנס: קליקט נישט אויף קיין "לינק" וואס עמיצער שיקט אייך, נאר זוכט אויף דעם פראדוקט/אייטעם אליינס, און דאן קויפט עס.

צווייטנס: קויפט ענדערש איין אויף וועבסייטס וואס דער אנהייב פונעם לינק איז "HTTPS" און נישט בלויז "HTTP".

דריטנס: קויפט נישט דורכ'ן סעלפאון, נאר דורך א געהעריגן קאמפיוטער, ווייל אויפ'ן סעלפאון זענען די לינקס און אינטערנעט אדרעסן פיצל, און מ'קען גרינגער אריינפאלן און נישט באמערקן אז דער וועבסייט איז א פאלשע.

בילד: מ'ציטערט איינצוקויפן דורכרן אינטערנעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל