לאנדאן – פרייטאג צונאכטס איז אנטשטאנען א פאניק, נאכדעם וואס מענטשן האבן אנגעהויבן צושרייען אז מען שיסט אויפן ״סענטראל לאנדאן טאויבע סטעישן״ (central London Tube station). ווען די ערשטע פאליציי איז אנגעקומען (ווייניגער ווי א מינוט נאכן רופן), האבן זיי גארנישט געזעהן, נאר ווי מענטשן אנטלויפן פאר שרעק.

ווי עס שטעלט זיך ארויס, האבן צוויי מענטשן זיך ארומגעשלאגן, און עס האט זיך איינעם געדאכט אז ער הערט שיסן, האט ער געשריגן אז מען שיסט, און אלע מענטשן האבן אנגעהויבן אנטלויפן, מאכנדיג אז 14 מענטשן זאלן ווערן פארוואונדערט פון די געלויפעריי און די שרעק פון ווערן געשאסן.

בילד: אומזיסטיגער שרעק איז אנטשטאנען אויפן ״אינטערגראנד״ באן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל