ניו יארק – פארגאנגענע וואך אין דעם רובריק, האבן מיר באריכטעט איבער'ן געפאר פון העקערס אויפ'ן אמעריקאנער ריעל עסטעיט מארקעט, און נעכטן איז ערשינען אן אינטערעסאנטער באריכט, וועלכע דערציילט איבער א געפאר אויף ריעל עסטעיט אגענטן און בראוקערס, וועלכע ציטערן פון דראג-געבונדענע פערזאנען. אין אמעריקע פלאגט מען זיך מיט א קריזיס פון "אפיאידס", וואס דאס זענען לעגאלע שמערץ-לינדערונג מעדיצינען צו וועלכע פילע הונדערטער טויזנטער ווערן צוגעבונדן דערצו אויף א געפארפולן פארנעם, און יעצט שטעלט דער אפיאיד קריזיס אין געפאר די מארקעט פון ריעל עסטעיט אגענטן. דער באריכט, ערשינען אין "סי-ען-בי-סי", דעקט אויף אז ריעל עסטעיט אגענטן האבן זיך דערזען מיט א פראבלעם, ווייל דראג-צוגעבונדענע פארשוינען באשטעלן אן אפוינטמענט אז זיי ווילן גיין באקוקן א הויז וואס שטייט צום פארקויפן, אבער אין רעאליטעט גייען זיי ארום אינעם הויז און זוכן אין די שופלאדן פאר פלעשלעך יסורים–מעדיצינען, צו זעטיגן זייער הונגער נאך דראגס. לויט דעם באריכט ציטערן פאר זייער לעבן ארום 38 פראצענט פון אלע 150 טויזנט אקטיווע ריעל עסטעיט אגענטן און בראוקערס.

בילד: ריעל עסטעיט און דראג-געבונדענע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל