ניו יארק – א נארוואס פארעפנטליכע שטודיע צייגט, אז ניו יארקער ארבעטער פארברענגען צייט אויפ'ן וועג צו און פון דער ארבעט, איינע פון די לענגסטע צווישן אלע גרויסע שטעט אין לאנד. די שטודיע וואס איז גענומען געווארן פון 2,700 ארבעטער אין 27 גרויסע שטעט אין לאנד מיט צוויי מאנאטן צוריק צייגט, אז די דורכשניטליכע ראונד-טריפ רייזע פאר ניו יארקער ארבעטס פלעצער דויערט 57.9 מינוט, וואס איז די 4'טער לענגסטער שלעפ אין אמעריקע, זייענדיג אונטערשטעליג בלויז פון וואשינגטאן די-סי, 60.4 מינוט, סאן פראנציסקא, 59.2 מינוט און שיקאגא, 58.5 מינוט. די שטודיע נעמער האבן אויך אנגעצייגט, אז אן אנגעצויגענער וועג איז נישט די זעלבע ווי א לאנגער וועג, אנצייגנדיג אז ניו יארקער זענען עטוואס ווייניגער אנגעצויגן איבער זייערע רייזעס צו און פון דער ארבעט, אריינקומענדיג אויפ'ן 9'טן ארט, אין פארגלייך צו ארבעטער אין לאס אנדזשעלעס, אוסטין און מיאמי וועלכע האבן באריכטעט די גרעסטע מאס אנגעצויגנקייט.
הוסף רשומת תגובה