קענסאס – א שווארצער מאן אין קענסאס האט נעכטן זיך מודה געווען אז ער האט אליינס אנגעפירקלט זיין קאר מיט ראסיסטישע סלאגאנען, וועלנדיג מאכן א וויץ דערפון. דער 21 יעריגער דאנטעריאס וויליאמס האט מיט עטליכע טעג צוריק גענומען זיין קאר, אנגעפירקלט עטליכע גאר העסליכע ראסיסטישע סלאגאנען דערויף, און עס פארקירט הארט פארנט א געביידע פון די קענסאס סטעיט אוניווערסיטעט. ווען סטודענטן האבן באמערקט די קאר, האבן זיי באלד אנגעהויבן ארויסגיין אין א פראטעסט און האבן פארשריגן ראסיזם אויף א שארפן פארנעם. דאס האט געפירט צו איבערקערענישן אין גאנצן אוניווערסיטעט, ווען פארשידענע ווייסע גרופעס האבן אוועקגעמאכט די ראסיסטישע סלאגאנען, און עס איז שיער נישט צוגעקומען צו פיזישע קאנפראנטאציעס. למעשה האבן די קענסאס פאליציי באאמטע נעכטן אויפגעדעקט אז וויליאמס האט זיך מודה געווען פאר זיי אז ער האט אליינס אנגעפירקלט די לאזונגען, וועלנדיג וויצלדיג טשעפען זיינע אנדערע שווארצע פריינט.

בילד: דער שווארצער האט זיך באקריוודעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל