א קאמיטע אין ניו יארק סיטי קאונסיל האט ענדליך באשטעטיגט די קאנטראווערסיעלע האוזינג דעוועלאפמענט ביים "ארמארי" געביידע אין קראון הייטס, ברוקלין, נאר נאכדעם וואס דער פראיעקט איז געווארן אסאך מער "עפארדעבל" אונטער דרוק פון לאקאלע באאמטע.

ביי א קאמיטע אפשטימינג דעם דינסטאג, איז דער פראיעקט אדורך, נאכדעם וואס קראון הייטס קאונסיל מיטגליד ל. קאמבאו האט נאכגעלאזט איר שארפע אפאזיציע קעגן די פריערדיגע פלענער, ווי באריכטעט אין "דער בית" פאריגע וואך.

די ארגינעלע פלאן האט אנטהאלטן 330 רענטל יוניטס, האלב דערפון אויף געהעריגע מארקעט פרייזן און די איבעריגע פאר "עפארדעבל" פרייזן. אויך האט געדארפט געבויט ווערן א סעריע פון 56 קאנדאס, 80% פאר מארקעט פרייזן און 20% עפארדעבל.

קאמבאו מיט נאך לאקאלע פארשטייער און גרופעס האבן שארף באקעמפט דעם פלאן, זאגנדיג אז די לאקאלע געמיינדע דארף מער "עפארדעבל" האוזינג.

ספעציעל האבן די גרופעס פארלאנגט מער "עפארדעבל" וויבאלד דער פראיעקט ווערט געבויט אויף שטח אונטער'ן אייגענטום פון ניו יארק סיטי.

מעיאר דיבלאזיא האט זיך צוגעשטעלט צו די קריטיק, מיט סיגנאלן אז סיי וועלכע פראיעקט וואס ווערט געבויט אויף שטאטישע באדן מוז זיין פולקאם "עפארדעבל."

דער קאמפיין האט געארבייט. דער נייער פלאן האט מער נישט קיין קאנדאוס אינעם פראיעקט, און פון די 400 רענטלס (אנשטאט 330) וועלן 250 האבן "עפארדעבל" רענט פרייזן.

לאקאלע גרופעס זאגן עס איז נאך אלץ נישט גענוג, און זיי מוטיגן קאמבאו און אנדערע קאונסיל מיטגלידער צו שטימען קעגן דעם פלאן ווען עס קומט פאר'ן גאנצן סיטי קאונסיל אין די נאנטע טעג, אבער עס איז יא ערווארטעט באשטעטיגט צו ווערן.

דער טויש אין פלענער ווערט באטראכט נישט נאר אלס לאקאלע טעמע נאר א בכלל סיגנאל אויף מער "עפארדעבל" פרייזן ביי סיטי-שטח האוזינג.

בילד: קראון הייטס "ארמארי" האוזינג פלאן ווערט מער "עפארדעבל"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל