יוסטאן, טעקסעס.

די צווייטע שטארקסטע האוזינג מארקעט אין די פאראייניגטע שטאטן האט טאקע געהאט א שווערע האריקעין צוויי חדשים צוריק, אבער די לאקאלע עקאנאמיע - ספעציעל אין קאמערשאל און רעזידענשאל ריעל עסטעיט - האלט אינמיטן א בליענדע עפאכע וואס ציט די גרעסטע אינוועסטירער פון לאנד און ארום די וועלט.

אין די לעצטיגע יארן זענען אריינגעפלאסן אין יוסטאן ריעל עסטעיט ערנסטע ביליאנען דאלארן פון אינוועסטירער אין ניו יארק, קאנאדא, אראבישע לענדער, אזיע, און נאך, א געמיינזאמע "שטעמפל פון קאנפידענץ" אז טעקסעס בכלל און יוסטאן ספעציעל זענען געאייגנט פאר נאך גאנץ ערנסטע ווייטערדיגע וואוקס.

ערשט דעם מאנאט איז געקומען די מעלדונג אז "סיטי גרופ" האט געווינען דעם ביד צוצושטעלן א לאון פון 850 מיליאן דאלאר צו פינאנצירן דעם מקח פון "ברוקפיעלד" אפצוקויפן א ריזיגע אפיס און ריטעיל קאמפלעקס אין צענטער פון די שטאט.

שוין איבער א יאר צוריק האט די טאראנטא פירמע געמאלדן דעם באשליס צו אינוועסטירן אין יוסטאן מיט דעם ריזיגן אינוועסטמענט. לויט ערפארענע אנאליסטן, איז געווען א דאפלטע סטראטעגיע פון אפקויפן דעם קאמפלעקס, 1) די יוסטאן מארקעט בכלל, און 2) די קאמפלעקס איז נאך נישט אזוי אנגעפילט ווי "טשעיס" און די באנק'ס שותפים האבן געהאט געפלאנט. אויך האט די לאקאלע עקאנאמיע געהאט א שטיקל שווערע איבערגאנג זינט די פרייזן פון אויל האבן געקראכט כמעט 50 פראצענט אראפ פון פינעף יאר צוריק, און דאס האט אביסל אפגעקילט די ריעל עסטעיט מארקעט - פונקט גענוג אז די ריכטיגע אינוועסטארס זאלן שמעקן א גוטע געלעגנהייט און אריינטאנצן, האלטנדיג אז דער מצב וועט בעסער ווערן און די סטראטעגיע וועט זיך גוט אויסארבייטן.

די "יוסטאן סענטער" קאמפלעקס פון 4.2 מיליאן ס"פ איז צוטיילט אין געביידעס פון איבער 1 מיליאן
סק. פוס יעדע איינע, און נאך איינס פון ארום 670,000 סק. פוס. סך הכל זענען פארליעסט בלויז 75 פראצענט פון די אפיסעס, און ביי די ריטעיל שטאקן איז דא א "וועקענסי" ראטע פון גאנצע 30 פראצענט, אבער דאס " איז דער קונץ: צו טרעפן אזעלכע "נאך נישט 100% אוצרות פאר אביסל ביליגער און דאס אויסשלייפן.

אויף "וואל סטריט" האט מען באצייכנט די
סטראטעגיע אלס זייער אויסגעהאלטן, און די גרויסע בענק האבן געוואלט האבן טייל דערינען מיט לאונס צום קלאוזען. צום ענדע האט "סיטי גרופ" געווינען די לאון פארטפעל פון נאנט צו א ביליאן דאלאר.

די לאקאלע שטאטישע באאמטע זעהן אויך די הערליכע מארקעט און ווילן עס ווייטער אנהאלטן, ווי מ'האט געזען די וואך מיט א גראנדיעזע אויסשטעל פון "דאונטאון יוסטאן" דורך א "מעסטער פלאן" פון נייע גאסן, וועגן, און ריזיגע פראיעקטן פאר רעזידענשאל און קאמערשאל.

און דאס איז אויך אין צוגאב צו די גרויסע " $61 ביליאן רענאוואציע" פלאן וואס יוסטאן באאמטע האבן ארויסגעשטעלט די לעצטיגע טעג, צו העלפן רענאווירן די געביידעס און שטחים וואס זענען געשעדיגט געווארן ביים "האריקעין הארווי" אין סעפטעמבער.

פון אידישן שטאנדפונקט, ארבייטן לאקאלע אידישע עסקנים, בראוקערס און ארגאניזאציעס, מיט די "איבערבוי" באאמטע אז די רענאוואציע פלענער זאל נישט אפעקטירן די אידישע געמיינדע אין שטאט, נאך זארג אז פילע אידישע משפחות וועלן דארפן זוכן נייע הייזער און די נאנטע באפריינדעטע געגנטער וועלן ווערן אפגעטיילט דורך די גרויסע איבערבוי פלענער פון די צענטראלע גאסן.

בילד: מאסיווע בלי אין יוסטאן; לאנד'ס 2'טע שטארקסטע האוזינג מארקעט; נאך אינוועסטמענטס אויפ'ן וועג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל