די עקאנאמיע פון אראנדזש קאונטי שיינט און בליעט בס"ד, ספעציעל אין געביט פון האוזינג און ארומיגע ביזנעסער, וואס הייבט אונטער די לאקאלע מארקעט אין אלע קאטעגאריעס און ברענגט מער און מער אינטערעסע פאר גרויסע ביזנעס אונטערנעמונגען.

אין איינקלאנג מיט די הערליכע עקאנאמישע צושטאנד איז שוין לאנגע יארן א רעדע פון איבערבויען די גאנצע טרעף-פונקט פון רוט 17 'ס עקזיט 131, ביים טרואוועי עקזיט 16 וואו עס קומען צוזאמען די 6, 32, פאליסעידס, סטעיט 17 , לאקאלע 17, צוזאמען מיט גרויסע שאפינג לאקאלן, זאפארט נעבן קרית יואל ראיאן.

אראנדזש קאונטי'ס האוזינג מארקעט סך הכל האלט היינט, לויט ציפערן אבזערווירט דורך "דער בית", ביי מאנאטליכע סעילס פון ארום טויזנט רעזידענשאל יוניטס, אלעס צוזאמען פריוואטע הייזער, קאנדאס, טאון-הייזער, מולטי פעמילי און אנדערע האוזינג אלטערנאטיווען. אזא קרעפטיגע מארקעט גיט אסאך צו צום הערליכן ביזנעס קלימאט איבער די גאנצע קאונטי, אין די צייט וואס מאנהעטן איבער-פרייזן הייבן די ריעל עסטעיט מער צו צפון, ווי וועסטשעסטער, ראקלענד און צוביסלעך אויך אראנדזש קאונטי, פירנדיג ביזנעסער און פאליטיקאנטן דאהי און אין אלבאני צו פארלאנגען אז די טראפיק סיסטעם ביי דערמאנטן טרעף-פונקט זאל ווערן פארבעסערט, וואס וועט נאך מער הייבן די עקאנאמיע פון די גאנצע געגנט.

אלזא, די טעג איז באריכטעט געווארן, אז א גרונטליכער פלאן פון לאקאלע אינדזשענירן איז נארוואס געשטעלט געווארן אין דער זייט, און די אדמיניסטראציע פון גאווערנאר קאומא גרייט זיך ארויסצוקומען מיט א שפאגל נייע פלאן אין די נאנטע טעג. לויט באריכטן, איז מעגליך אז גאווערנאר קאומא וועט פערזענליך אראפקומען צום פלאץ און דארט פרעזענטירן זיין וויזיע פאר'ן צוקונפט פון די 32-17-טרואוועי צוזאמקום.

בילד: עקזיט 131 ראיאן ווארט אויף אלבאני, מיט ארום 1,000 היימען פער מאנאט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל