לויט באריכטן פון וואשינגטאן, וועט דער פרעזידענט אויסווארטן ביז קאנגרעס ענדיגט באשטעטיגן זיין היסטארישע שטייער רעפארם פלאן, וואס איז ערווארטעט צו זיין ערלעדיגט ביז יאנואר טראץ די פילע דיפערענצן צווישן די שטייער ווערסיעס אין קאנגרעס און סענאט.

אבער ווי נאר די שטייער טעמע איז פארטיג, וועט טראמפ גיין פאראויס מיט די גרויסע פלענער פון אינוועסטירן 1 טריליאן דאלאר אין גראנדיעזע בוי פראיעקטן איבער אמעריקע, מערסטנס אויף טראנספארטאציע דורך שאסייען, פארטן, באנען, עירפארטס אא"וו, אויף א ריזיגן פארנעם וואס אמעריקע האט שוין נישט געזען אין צענדליגער יארן.

היינט צו טאגס זענען דא ווייניגסטנס פערציג גרויסע פראיעקטן איבער'ן לאנד וואס ווארטן אויף פעדעראלע הילף, מיט קאסטן פון ארום $330 ביליאן, און די "עיקאם" ארכיטעקט גרופע זאגט אז דורך צושטעלן דאס געלט דירעקט, קען עס ברענגען מער ווי א טריליאן דאלאר אין עקאנאמישע פארדינסטן. אבער אין ווייסן הויז רעדט מען פון דריי מאל אזויפיל, וואס מיינט פילפאכיג מער עקאנאמישע בענעפיטן.

ניו יארק איז אויפ'ן העכסטן שטאפל פון געשטיצטע פראיעקטן ביים ווייסן הויז, נעמליך, א נייע טונעל אונטער'ן האדסאן ריווער, און מאסיווע איבערבוי ארבייט ביי די עקזיסטירנדע בריקן, באנען און טונעלן אין גרעיטער ניו יארק.

מען וועט דארפן ווארטן אויפ'ן פרעזידענט'ס אדרעס צו הערן נישט נאר איינצלהייטן אויף די בוי פראיעקטן, נאר אויך פון וואו ער פלאנט דאס אלעס צו באצאלן, קומענדיג נאך א $1.5 טריליאן שטייער רעדוקציע.

בילד: טראמפ'ס $1 טריליאן פלאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל