וואשינגטאן – געשפרעכן איבערצומאכן דעם "נאפטא" האנדלס אפמאך צווישן אמעריקע, קאנאדע און מעקסיקא, זענען ממש פאראליזירט, נאכדעם וואס די פארשטייער פון קאנאדע און מעקסיקא זענען ארויסגעקומען אינאיינעם מיט א באשולדיגונג אז די אמעריקאנער פארשטייער זענען ממש אומבויגזאם און זענען נישט גרייט גארנישט נאכצוגעבן. די געשפרעכן איבערצומאכן נאפטא זענען פאררופן געווארן מיט עטליכע מאנאטן צוריק, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געזאגט אז ער וויל דער דיעל זאל זיין מער יושר'דיג פאר אמעריקע'ס עקאנאמיע און אמעריקע'ס דזשאבס מארקעט, סטראשענדיג אז אויב וועט עס נישט איבערגעמאכט ווערן, וועט זיך אמעריקע ארויסציען דערפון. די דריי לענדער האבן געמאכט א דעדליין, אז די איבערמאכונג געשפרעכן וועלן זיין פארטיג בעפאר מערץ יאר 18', ווען מעקסיקא וועט אפהאלטן פרעזידענט וואלן, אבער אצינד אז די געשפרעכן זענען פאראליזירט, זעט נישט אויס ווי ס'וועט זיין פארטיג אין צייט. א הויפט אמעריקאנער פארלאנג וואס קאנאדע און מעקסיקא ווילן נישט אקצעפטירן, איז אז יעדע 5 יאר זאל מען זיך צוזאמזעצן איבערמאכן דעם אפמאך.
הוסף רשומת תגובה