וואשינגטאן – א הויכראנגיקער באאמטער אינערהאלב דער פעדעראלער היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט, האט רעזיגנירט פארלאפענעם דאנערשטאג, נאכ'ן ווערן באשולדיגט מיט'ן לאזן פאלן ראסיסטישע קאמענטארן. די רעדע איז - ווי שוין באריכטעט פאריגע וואך - פון דזשעימי דזשאנסאן, וועלכער פירט די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט'ס אפיס פאר רעליגיעזע צוזאמארבעט, און עס איז אפירגעקומען אז בעפאר ער האט זיך אנגעשלאסן אין דער פעדעראלער רעגירונג, האט ער געזאגט ביי א געלעגנהייט אז "אמעריקע'ס שווארצע געמיינדע האט איבערגעדרייט אמעריקע'ס גרויסע סיטיס און זיי פארוואנדלט אין ארימע געגנטער, צוליב זייער פוילקייט און דראג באנוץ". אין אנדערע היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט נייעס, האט מען נעכטן געהערט אז טאם רידזש, אמעריקע'ס סאמע ערשטער היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט סעקרעטאר, געפינט זיך אין שפיטאל אין א שווערן צושטאנד, נאכ'ן דורכגיין א הארץ פראצעדור.

בילד: היימלאנד זיכערהייט באאמטער רעזיגנירט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל