וואשינגטאן – ראב גאלדסטאון (Rob Goldstone), דער פובליציסט וועלכער האט געהאלפן אראנזשירן די קאנטראווערסיאלע זיצונג אום יוני יאר 16' אין טראמפ טאוער, וואו עס האבן זיך געטראפן טראמפ'ס זוהן דאנעלד דזשוניאר מיט דער רוסישער לאיערקע נאטאלי וועסעלניצקאיא, האט נעכטן געגעבן א לענגערע אינטערוויו פאר'ן "סאנדעי טיימס" אין לאנדאן, וואו ער דערציילט צום ערשטן מאל אין פובליק פארשידענע דעטאלן איבער דער זיצונג. גאלדסטאון זאגט אז ווען ער האט אראנזשירט די זיצונג, האט ער עס בכלל נישט געטאן אין שליחות פון דער רוסישער רעגירונג אדער סיי וועלכע רוסישע שפיאנאזש אגענטור. ער זאגט אז ער ווייסט קלאר אז ער האט נישט געהאט קיין שום ארבעט און אנווייזונגען פון רוסישע שפיאנאזש אגענטורן, נאר ער האט געסקעדזשועלט די זיצונג אויף דער ביטע פונעם רוסישן אליגארף עמין אגאלאראוו, און וועלנדיג אז טראמפ דזשוניאר זאל מסכים זיין צו דער זיצונג, האט ער איבערגעטריבן און געשריבן אז מ'גייט ברענגען שמוץ קעגן פרוי קלינטאן. "דזשעראד קושנער איז ממש געווען אויס מענטש", ווען ער האט איינגעזען אז וועסעלניצקאיא האט בכלל נישט געברענגט קיין שמוץ אויף קלינטאן – זאגט גאלדסטאון.

בילד: ראב גאלדסטאון (לינקס)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל