וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ וועט נישט לייגן דרוק אז מען מוז אפשאפן טיילן פון אבאמאקעיר אלס טייל פונעם שטייער רעפארם ביל, לויט א סטעיטמענט וואס דער ווייסער הויז בודזשעט דירעקטאר מיק מולוועיני האט געזאגט נעכטן אינדערפרי. מיט עטליכע טעג צוריק איז אפירגעקומען א פלאן פון עטליכע רעפובליקאנער אינעם סענאט, אז אינאיינעם מיט'ן שטייער רעפארם ביל, אויף וועלכע דער סענאט ארבעט יעצט, זאל מען אריינשטעלן א פראוויזיע וועלכע וועט אפשאפן דעם אבאמאקעיר מאנדאט, וואס זאגט אז יעדער מוז האבן העלט אינשורענס אדער אויסשטיין א געלט שטראף. למעשה זענען דא געוויסע רעפובליקאנער וואס זאגן אז בטל מאכן דעם מאנדאט וועט ברענגען א פלוצימע אויפשוועלונג פון העלט אינשורענס פרייזן פאר ארימע אמעריקאנער, און דעריבער זאגן זיי אז זיי וועלן נישט שטימען פאר שטייער רעפארם, אויב עס אנטהאלט די פראוויזיע צו אנולירן דעם אבאמאקעיר מאנדאט. מולוועיני זאגט דעריבער אז טראמפ איז מסכים דאס אויפצוגעבן.

בילד: טראמפ וועט נישט צעגערן איבער אבאמאקעיר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל