בערלין – פראקורארן אין דער דייטשישער שטאט דורטמאנד האבן ארויסגעשטעלט קלאגעס קעגן צוויי געוועזענע נאציס, וועלכע זענען געווען מיטגלידער אין די "עס-עס", ביים נאצי קאנצענטראציע לאגער "שטאטהאף". די צוויי געקלאגטע, וועלכע זענען ביידע אין זייערע ניינציגער יארן, זענען אנגעקלאגט געווארן אין זיין פארמישט אין דערמארדן טויזנטער אידישע קרבנות הי"ד ביים צווייטן וועלט קריג, ביים דערמאנטן לאגער וואס איז געווען אוועקגעשטעלט נעבן געדאנסק, פוילן. לויט די אפיציעלע חשבונות, זענען העכער זעכציג טויזנט אידן אומגעקומען אינעם שטאטהאף לאגער, און מיט עטליכע מאנאטן צוריק, האבן דייטשע פראקורארן באוויזן צו טרעפן אכצן אידן וועלכע האבן איבערגעלעבט דעם לאגער, אז זיי זאלן קענען געברענגט ווערן אויפצוטרעטן ביי די פראצעסן. ביידע אנגעקלאגטע לייקענען די קלאגעס, זאגנדיג אז זיי האבן נישט געהאט די מינדעסטע ראלע אין די מארדן.

בילד: די שטאטהאף קאנצענטראציע לאגער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל