לאנדאן – א שרעק איז נעכטן אנטשטאנען אין א שוהל אין גאלדערס גרין, לאנדאן, נאכדעם וואס א פארשוין האט דורכגעפירט א טרערן-גאז אטאקע אינעווייניג אין דער געביידע. דער אינצידענט האט פאסירט ביים "בית המדרש בית שמואל" ארום איינס אזייגער נאכמיטאג, ווען דער שוהל איז געווען פול מיט מתפללים, און עמיצער איז אריינגעקומען אינעווייניג און אויסגעשפריצט א פלעשל טרערן גאז. דער פארשוין איז אנטלאפן, און די אנוועזנדע אינעם שוהל האבן באלד אנגעהויבן שפירן די אפעקטן פון די טרערן גאז, וואס האט געפירט דערצו אז וואלונטירן פון די לאקאלע חברה הצלה און שומרים האבן זאפארט עוואקואירט די גאנצע געביידע. פאליציי און פייער אפיצירן זענען אנגעקומען אויספארשן דעם אינצידענט, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז נישט געווען קיין אנטיסעמיטישע אטאקע, נאר א געצילטע אטאקע אויף איין מתפלל צוליב א פערזענליכן געפעכט. דער אטאקירטער מתפלל איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, וואו ער געפינט זיך אין א סטאבילן צושטאנד, און דער שוהל איז צוריק געעפנט געווארן זונטאג שפעט נאכמיטאג.

בילד: טרערן-גאז אטאקע אין לאנדאנער שוהל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל