קאליפארניע – די לאס אנדזשעלעס פאליציי דעפארטמענט באאמטע האבן נעכטן געמאלדן, אז זיי האבן געעפנט א ברייטע אויספארשונג קעגן צענדליגער פאליציי אפיצירן, נאכדעם ווי ס'זענען אריינגעקומען א כוואליע פון טענות אז אפיצירן פירן דורך ארעסטן אויף מענטשן אן דעם וואס זיי זאלן האבן א געהעריגע סיבה, און סעקונדעס בעפאר'ן דורכפירן די ארעסטן ווארפן זיי אריין ביי יענעם אין טאש אדער אויטא א קליין זעקל דראגס, צו האבן אן אויסרייד פארוואס יענעם צו ארעסטירן. די "אמעריקען סיוויל ליבערטיס יוניאן" גרופע זאגט אז זי האט באווייזן וואס איין לאיער האט אויפגעברענגט, וויאזוי מ'זעט ווי א פאליציי אפיציר לייגט אריין א קליין ביסל דראגס אינעם בערזל פון א פערזאן, און סעקונדעס שפעטער שפרינגט דער פאליציי אפיציר ארויף אויף יענעם און ארעסטירט אים, טרעפנדיג די דראגס וואס ער האט אליינס פריער אריינגעשטעלט. די פאליציי באאמטע ווילן דערגיין צי עס איז טאקע אזא ערנסטע פארשפרייטע מיסבאהאנדלונג אין דער גאנצער דעפארטמענט.

בילד: גרויסע פאליציי פארשונג אין לאס אנדזשעלעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל