באסטאן – אן ערנסטע זארג הערשט ביי באאמטע אין שולעס איבער'ן לאנד, נאכדעם וואס פרא-אייסיס העקערס האבן אריינגעהעקט אין וועבזייטלעך פון שולע פירערשאפטן. אלעס אינאיינעם האבן די אייסיס העקערס אריינגעהעקט אין ארום 800 וועבסייטס פון שולע אדמיניסטראציעס איבער'ן לאנד, ארויפשטעלנדיג דארטן אייסיס מעסעדזשעס, אריינגערעכנט "איך האב ליב די איסלאמישע שטאט" און בילדער פונעם געוועזענעם איראקער דיקטאטור סאדאם כוסעין. דער געפאר אויף שולעס איבער'ן לאנד, קומט איין טאג נאכדעם וואס א פרא-אייסיס מידיא גרופע האט ארויסגעגעבן פרישע סטראשונקעס קעגן אמעריקאנער בירגער. די וואפא מידיא גרופע האט פארשפרייט דריי באזונדערע רעקלאמעס אויף דער ענגלישער שפראך, אין וועלכע זיי ווארענען בירגער אין אמעריקע און אנדערע מערב וועלט לענדער, שרייבנדיג אז פון היינט און ווייטער וועט זיך קיינער נישט שפירן פארזיכערט ביים שפאצירן אויף דער גאס, ביי דער ארבעט און אין געשעפטן.

בילד: אייסיס צילט הונדערטער אמעריקאנער שולעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל