ווירדזשיניע – נעכטן אינדערפרי איז דורכגעפירט געווארן א ראקעט ארויפשיס צו ספעיס, איין טאג נאכדעם וואס עס איז אפגעלייגט געווארן, צוליב וואס א קליינע פליגער איז אריינגעפלויגן אין דער געגנט וואו דער ראקעט האט געדארפט ארויפגעשאסן ווערן. דער אינצידענט האט פאסירט ביי א ספעיס ארויפשיס צענטער אין ווירדזשיניע, וואו דער ראקעט האט געדארפט ארויפטראגן פארשידענע קארגא און סופלייס צו די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטעישאן, אריינגערעכנט נאשעריי און אייז-קרעם פאר די אסטראנאטן, און אלעס איז שוין געווען גרייט צום ארויפשיס, אבער אין דער לעצטע סעקונדע האט מען עס געמוזט אפלייגן. דער מיסיע קאנטראל איינגעשטעלטער האט באמערקט דעם פליגער אריינפליען אין דער געגנט וואו ס'איז געווען איינגעשטעלט א נאו פליי זאנע, און לויט די נאסא ספעיס פארשריפטן קען מען אין אזא צייט נישט ארויפשיסן קיין ראקעט, וויבאלד ס'הערשט א געפאר פון א צוזאמשטויס. די "ארביטעל עי טי קעי" פירמע, וועלכע האט אנגעפירט מיט'ן ארויפשיס, האט למעשה נעכטן אינדערפרי ארויפגעשאסן דעם ראקעט צום ספעיס.

בילד: ראקעט ארויפשיס נאך 1-טאג פארשפעטיגונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל