בעל הארבאר – ספעציעלע צערעמאניעס זענען אפגעהאלטן געווארן נעכטן אין ניו יארק סיטי, אפצוצייכענען דעם זעכצנטן יארטאג פון ווען עס האט פאסירט די "פלייט 587" טראגעדיע אין בעל הארבאר, קווינס, ניו יארק סיטי. די טראגעדיע האט פאסירט ווען די אמעריקען עירליינס פלייט 587 פליגער האט אראפגעקראכט העכער א באוואוינטע געגנט, געציילטע וואכן נאך די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס, אומברענגענדיג אלע 260 מענטשן וועלכע האבן זיך געפונען אויפן פליגער און נאך 5 מענטשן אויף דער ערד. יענער פליגער קראך האט געברענגט א זארג פון ווייטערדיגע טעראר, וויבאלד די נערוון פון ניו יארקער ספעציפיש און פון אמעריקאנער בירגער בכלל זענען נאך געווען רוי און אפן פון די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס, אבער ס'האט זיך למעשה ארויסגעשטעלט צו זיין די שולד פון פארנאכלעסיגקייט פון די פילאטן. דער ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא האט אנטיילגענומען נעכטן אין דער אפיציעלער צערעמאניע ביים ארט פונעם קראך, אנקומענדיג גאנץ פרי אנהייב פון דער צערעמאניע, נאכ'ן קומען אונטער קריטיק אין פריערדיגע יארן פאר'ן אנקומען שפעט.

בילד: 16 יאר פון "פלייט 587" פליגער קראך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל