חסיד׳ישע קווארטאל אין וויליאמסבורג שטייט די העכסטע אויף די ליסטע פון בליי-פארפעסטיגונג
די שטאט אויטאריטעטן פירן שוין צענדליגע יארן א קאמפ מיט די געפאר פון בליי פארפעסטיגונג, ספעציעל ביי יונגע קינדער. בליי פארפעסטיגונג קומט פון פארשידענע קוועלער, די מערסט פארשפרייט איז פון אלטע ״פעינט״ אין הייזער וואס ווערט אפגעשיילט און לאזט ארויס דעם גיפט, אבער אויך פון שפילצייג וואס קומט נישט נאך די סטאנדארטן, שמירעכצער, מעדיצינען א.ד.ג. 

בליי פארגיפטיגונג קען ברענגען גאר שווערע פראבלעמען ביי קינדער, אריינגערעכנט שטייטערע אנטוויקלונג, שווערע אויפפירונג פראבלעמען און לערנען באגרעניצונגען, און ערנסטע געזונט פראבלעמען וואס קען זיי באגלייטן א גאנץ לעבן ה״י. און דעריבער פירן די אויטאריטעטן א שטארקע קאמפ דערקעגן.

די ״רויטער׳ס״ נייעס אגענטור האט דורכגעפירט א גאר גרונטליכע און ברייטע שטודיע צו מעסטן די פארשריט וואס ניו יארק סיטי האט געמאכט אין איר קאמפ קעגן בליי, און האבן פארשפרייט אירע געפונסן וועלכע צייגן אז אין געוויסע געגענטער אין ניו יארק זענען קינדער נאך אלס אויסגעשטעלט צו א געפארפולע שטאפן פון בליי פארגיפטיגונג. און אויף די שפיץ פון די ליסטע זענען די היימישע געגנטער אין וויליאמסבורג ווי בלוט טעטסט צייגן אז קינדער האבן געפארפולע שטאפלן פון בליי אין זייערע קערפער.

די גיפט קען קומען פון געשיילטע פארב, פארעלטערטע וואסער רערן, ביליגע און אומזיכערע קינדער צירונג און שפילצייג, עס קען אויך זיין איינגעזאפט אין די ערד פון די בעקיארדס און קינדער נעמען עס אריין ביים זיך שפילן. עס איז צום האפן אז די שטאט טאטעס וועלן נעמען שריט צו אדרעסירן דעם פראבלעם און עלטערן דארפן זיין פארזיכטיג דערוועגן.

בילד: חסיד׳ישע קווארטאל אין וויליאמסבורג שטייט די העכסטע אויף די ליסטע פון בליי-פארפעסטיגונג

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל