א קליינע גרייז אין די דאקומענטן האט געקאסט פאר די סיטי 26 מיליאן דאלער אין פארקינג טיקעטס וואס זי דארף צוריקגעבן פאר ניו יארקער איינוואוינער, צוליב דעם וואס אין ארום א האלב מיליאן טיקעטס האבן די אפיצירן אריינגעשריבן דעם נישט ריכטיגן ציפער ווי די פארקינג פארלעצונג ווערט דערמאנט אין די געזעץ בוכער, און האבן געשריבן 4-08h10 אנשטאט 4-08h1. און דעריבער זענען די טיקעטס נישט גילטיג. אין די לעצטע טעג האבן 400,800 ניו יארקער באקומען א טשעק אויף די פאסט מיט א ריפאנד פאר די טיקעטס, די טיקעטס זענען געווארן פאר׳ן פארלעצונג פון נישט ארויסלייגן א צעטל וואס צייגט אז מען האט באצאלט פאר׳ן מאני-מיטער.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה