דער אטוירני דשענעראל דשעף סעשאנס איז היינט ערשינען אין קאנגרעס פאר א פארהער פארנט פון די יורדישע קאמיטע ווי ער האט שארף אפגעווארפ די באשולדיגונג אז ער האט ליגנט געזאגט פאר קאנגרעס ווען ער האט געזאגט אז ער האט נישט קיין שום אהנונג איבער סיי וועלכע פארבינדונג צווישן די טראמפ קאמפיין און רוסישע באאמטע, די רעקארדס צייגן אז ער האט צענדליג מאל נאכאנאנד קאטעגאריש אפגעווארפן אז ער ווייסט איבער סיי וועלכע פארבינדונג צווישן רוסלאנד און די טראמפ קאמפיין.

אבער אצינד איז ארויסגעקומען דער קאמפיין געהילף דשארדש פאפאדאפולוס האט פארגעשלאגן ביי א זיצונג מיט די קאמפיין שטאב צו אנקניפן נענטערע באציאונגען מיט רוסלאנד, און ער האט באריכטעט איבער פארבינדונג וואס ער האט געהאט מיט רוסלאנד, און דשעף סעשאנס איז אנוועזנד געווען ביי די זיצונג. אזוי אויך האט קארטער פעידש, א הויכראנגיקע קאמפיין מיטגליד, געזאגט פאר קאנגרעס אז ער האט איינגעמאלדן דשעף סעשאנס איבער זיינע פארבינדונגען מיט רוסישע באאמטע.

סעשאנס האט געזאגט ״איך האב נישט געדענקט איבער די זיצונג ווען איך בין ערשינען פאר קאנגרעס פאריגעס מאל פאר א פארהער״ ער האט באשטעטיגט אז די זיצונג איז טאקע פארגעקומען און אז ער האט פארארדנט פאפאדאפולוס אז ער זאל נישט אפיציעל פארטרעטן דעם קאמפיין אין זיינע געשפרעכן מיט די רוסן, אבער האט זיך פארענטפערט אז עס איז אריבער איבער א יאר זינט די זיצונג און ער האט אינגאנצן פארגעסן דערפון ביז ער איז דערמאנט געווארן, ער האט אבער קאטעגאריש אפגעווארפן די ווערסיע פון קארטער פעידש.

בילד: דשעף סעשאנס פארטיידיגט זיך פאר קאנגרעס 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל